פראנצויזיש – װיקיפּעדיע לדלג לתוכן

פראנצויזיש

פֿון װיקיפּעדיע

פראנצויזיש (אדער פֿראַנצײזיש; פֿראנצויזיש: français) איז א ראמאנישע שפראך וואס מען רעדט איבערהויפט אין פראנקרייך. אויך רעדט מען זי אין בעלגיע, לוקסעמבורג, שווייץ און קוויבעק, קאנאדע און אויך אין פארשידענע לענדער אין אפריקע. היינט רעדן זי 77 מיליאן מענטשן ווי זייער מוטער שפראך און 128 מיליאן ווי א צווייטע שפראך. אזוי ווי אנדערע ראמאנישע שפראכן, די סובסטאנטיוון זענען אדער מענלעך אדער ווייבלעך.

פראנצויזיש רעדערס איבער דער גארער וועלט
טונקל בלוי: מוטער שפראך; בלוי: Verwaltungssprache; העל בלוי: Verkehrssprache; גרין: Minderheitensprache

די רוימער האבן איינגענומען דאס לאנד גאַליע (היינטיקע פראנקרייך) און האבן עס צעטיילט אין פראווינצן. די רוימער האבן גערעדט לאטייניש און ביסלעכווייז איז לאטייניש געווארן די פארשפרייטע שפראך אין לאנד. די געוועזענע שפראך, גאַליש, האט מען וואס ווייניגער געניצט, און היינט ווערט א דיאלעקט פון גאליש, ברעטאניש, גערעדט נאר אין בריטאני.

אין פראנקרייך האט דאס ארויסרעד פון לאטיינישט זיך געענדערט ביז היינט וואס מ׳קען שווער דערקענען אז פֿראנצויזיש איז א ראמאנישע שפראך. נאכדעם וואס די רוימישע אימפעריע איז אונטערגעגאנגען האט זיך די שפראך אנטוויקלט אנדערשט אין די פארשידענע לענדער. אין מיטל־אלטער פראנקרייך האט די שפראך געהאט בעיקר צוויי דיאלעקטן: דער צפון־דיאלעקט langue d'oïl לאַנג ד׳אָאי און דער דרום־דיאלעקט langue d'oc לאַנג ד׳אק.

דער ווערב אויף פראנצויזיש

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פֿראנצויזישע ווערבער האבן 8 צייטן (כולל אימפעראַטיוו), און יעדע צייט פון א ווערב האט 6 פֿארשידענע קאניוגאַציעס, לויטן סוביעקט פערזאן. ד״ה ס׳איז פֿאראן אינגאנצן 18 קאניויגאציעס פאר יעדן ווערב.

ס׳איז פֿאראן 3 גרופעס פון נארמאלע ווערבן: ווערבן וואס זייער פֿארעם לאזט אויס מיט ‎~er, ~re, און ‎.~ir אחוץ די דריי גרופעס איז אויך פֿאראן א גאנץ לאנגע רייע פון אויסנאמען וואס האבן אנדערע קאניוגאציעס.

aimer - האבן ליב, נארמאלער er ווערב
פערזאן יעצטיק פֿארגאנגענהייט צוקונפֿט קאנדיציאנעל
פשוט ציענדיק
ערשטער איינצאל (je) aime aimai aimais aimerai aimerais
צווייטער איינצאל (tu) aimes aimas aimeras
דריטער איינצאל (il/elle/on) aime aima aimait aimera aimerait
ערשטער מערצאל (nous) aimons aimâmes aimions aimerons aimerions
צווייטער מערצאל (vous) aimez aimâtes aimiez aimerez aimeriez
דריטער מערצאל (ils/elles) aiment aimèrent aimaient aimeront aimeraient
Wikipedia
Wikipedia
וויקיפּעדיע אויף פֿראַנצױזיש
אפיציעלע שפראכן פונעם אייראפעישן פארבאנד
 
אונגעריש · איטאליעניש · איריש · בולגאריש · גריכיש · דייטש · דעניש · האלענדיש · טשעכיש · ליטוויש · לעטיש · מאלטעזיש · סלאוואקיש · סלאוועניש · ענגליש · עסטיש ·
פארטוגעזיש · פויליש · פיניש · פראנצויזיש · קראָאַטיש · רומעניש · שפאניש · שוועדיש