נארד-פא-דע-קאלע – װיקיפּעדיע לדלג לתוכן

נארד-פא-דע-קאלע

פֿון װיקיפּעדיע
נארד-פא-דע-קאלע (ראיאן)
Nord-Pas de Calais
Noord-Nauw van Calais
מדינה / טעריטאָריע פראַנקרײך
הויפּטשטאָט פון ראיאן  ליל
שטח 12,414 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין ראיאן
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

4,022,000‏
320 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+1
nordpasdecalais.fr/

נארד-פאַ דע קאַלע (פראַנצויזיש: Nord-Pas de Calais; האלענדיש: Noord-Nauw van Calais) איז איינער פון די 27 ראיאנען פון פראנקרייך. ער שליסט איין די דעפארטמענטן נארד און פא-דע-קאלע, און געפינט זיך אין צפון פראנקרייך, לעבן דעם גרענעץ מיט בעלגיע און (אריבערן ענגלישן קאנאל) מיטן פאראייניגטן קעניגרייך. זיין באפעלקערונג איז 4.02 מיליאן. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז ליל. די צווייטע גרעסטע שטאט איז קאלע, א וויכטיקער טראנספארט קנופ.

דער שטח פון נארד-פאַ דע קאַלע פלעג זיין א טייל פון די נידערלאנדן. צווישן 1477 און 1678 איז ער ביסלעכווייז געווארן א טייל פון פראנקרייך. מען רעדט אין דעם ראיאן סיי פראנצויזיש סיי האלענדיש.

דער ראיאן איז באהאפטן צום פאראייניגטן קעניגרייך דורכן 50 ק"מ לאנג אייראטונעל.