טייוואן אינזל – װיקיפּעדיע לדלג לתוכן

טייוואן אינזל

פֿון װיקיפּעדיע

טייוואַן (היסטאריש 大灣/台員/大員/台圓/大圓/台窩灣) איז אן אינזל אין מזרח אזיע. דער אינזל איז לאנג 394 ק"מ (245 מייל) און ברייט 144 ק"מ (89 מייל) און באשטייט פון הויכע בערג באדעקט מיט געוועקס. ער איז פלאצירט אין מזרח אזיע נישט ווייט פון בארטן פון יאדערלאנד כינע, דרום-מערב פון די הויפט אינזלען פון יאפאן ממש מערב פון די יאפאנעזישע ריוקיו אינזלען, און צפון-צפון-מערב פון די פיליפינען.

דער אינזל פון טייוואן ווערט אויך גערופן פֿארמאזע (פון פארטוגעזיש (Ilha) פֿארמאזע, וואס מיינט "שיין").

דער אינזל טייוואן איז דער גרעסטער טייל פון דער רעפובליק פון כינע.