בעלי חיים – װיקיפּעדיע לדלג לתוכן

בעלי חיים

פֿון װיקיפּעדיע
פאַרשידענע מינים פון חיות

בעלי חיים זענען די גרופע פון לעבעדיגע ארגאניזמען וואס אנטהאלט מענטשן און חיות, ווי אויך בהמות אינסעקטן און כל מיני פייגל א.א.וו. אין אלגעמיין זענען זיי פון מולטיצעלולאר. זיי עסן דאס פלייש פון אנדערע באשעפענישן, פון א אנדער מין אדער פון זעלבן מין, אדער פלאנצן, אזוי האבן זיי כח צו לעבן. דער צד השווה פון אלע בעלי חיים איז אז זיי זיינען פעהיג זיך באוועגן פון איין ארט צו א צווייטן.

עס זענען פאראן מיליאנען זגאלן פון בעלי חיים. טייל זענען גרויס, טייל זענען קליין. אנדערע לעבן אין וואסער, אנדערע לעבן אויף דער ערד, און אנדערע פליען אין דער לופט.

טייל בעלי חיים זענען פלאנצנפרעסערס, טייל זענען פליישפרעסערס, און טייל עסן סיי פלאנצן סיי פלייש.

אחוץ פון עטלעכע גרופעס פון זיציקע פארעמס (למשל, שוואמען און קאראלן), קענען ס׳רוב בעלי חיים באוועגן זיך פון איין ארט צו א צווייטן.




זעט אויך די רשימה פון אלע בעלי חיים